יום רביעי, מרץ 08, 2006

קדוש קדוש קדוש

עולם, איך בין געוואָרן אַ קדוש. פאַר איר הייבט אָן מיט די שאלות, ´קטלא, אפילו נישט ווי קאַמעל רײַטער וואָס בײַ זיי איז דער מצוה איין מאָל אַ חודש, קטלא, דאָס אויך נישט? אינגאַנצן א פרוש? און וואָס זאָגט דער רביצן? און ר´ קטלא, וויאַזוי האַלט איר דאָס אויס? בײַ מיר וואָס איך בין מיך נוהג מקיים צו זײַן דער מצוה משבת לשבת קומט לכו נרננה מיטוואָך בײַם שיר של יום און איך שפיר אַז ס´איז כלו כל הקיצים, נאָך ערגער ווי בײַם אמתן לכו נרננה אין דער קאָנטרי נאָך אַן אויסגעהונגערטן וואָך ווען אפילו די וואַנצן שרײַען פנו מקום. איז ר´ קטלא, זאָגט שוין היאך מעצרין את המלך, וויאַזוי מאַכט מען פון דעם בחור אַ לײַט? און וואָס איז מיט יעקב אבינוס תפילה? איך מיין נישט רחלס סימנים פון ציען די אוירן, איך מיין דער תפילה ´הבה לי אשתי ואבואה אליה´ וואָס ווי רש"י זאָגט מעג אפילו יעקב אבינו אַזוי רעדן אויף אויפצושטעלן שבטים. בײַ אײַך ר´ קטלא, איך זאָג נישט איר האָט שוין אפשר יוצא געווען לויט בית הלל אָבער איר האָט דאָך אַכט בענקלעך אויף יעדן זײַט פונעם שבת טיש און ס´קומן דאָך נישט אושפיזין יעדער וואָך, ודי לחכימא בלשון נקייה.

מקדים צו זײַן רפואה למכה וועל איך מסביר זײַן. ווי איר ווייסט אוודאי איז גבר עלינו חסדו און מיר ווערן שוין הײַנטצוטאָג געדריקט שחורה על גבי לבנה, און אַ דאַנק צו גאָט קען מען זאָגן הגם קטלא קניא בנביאים בניחותא. איך זאָג ניטאַמאָל ארויס דער וואָרט שרײַבן הגם דברה תורה כלשון בני־אדם ווײַל דער זיידע, דער ריח הפה זכרונו לברכה, וואָס דער צואת האוזן האָט אויף אים געשריבן אין זײַן הסכמה אַז עדיין לא יצא כבושם הזה מעולם, און ווען דער בית השחי האָט פאַרגליכענט דער ריח הפה צו דעם פי הטבעת זכותו יגן עלינו האָט דער שיני כרכשתא געזאָגט בדרך צחות אַז מפה עד פה לא קם כפה. און דער בית השחי האָט געהאַט אַ נאָז אויסצושמעקן אמתע צדיקים. האָט דער זיידע דער ריח הפה געזאָגט אַז ווען ער נעמט אַ פעדער אין דער האַנט אַרײַן צו שרײַבן כאַפט אים אַ ציטער ווײַל ער דערמאַנט זיך אינעם רש"י אויף ויכתוב משה, משה כותב בדמע. פלעגט ער צו זאָגן אַז משה רבינו דער רעיא מהימנא וואָס מחציו ולמעלה איז ער געווען אלקים האָט געגאָסן טרערן בײַם שרײַבן ווי קען ער וואָס איז מחציו ולמעלה ניטאַמאָל אַן איש ווי קען ער אפילו אויפהייבן אַ פעדער? ברם, דא עקא אַז וואָס טוט אַ ייד נישט פאַר פרנסה? און אַז דער זיידע האָט אויפגעהויבן אַ פעדער האָט ער מיט דעם געמאַכט אַ הכנה לדורות אַז וווּ אַ ייד האָט עפעס צו זאָגן קען ער מיטן כוח פון אותו זקן פאַרגיסן טינט ווי דער זיידע האָט פאַרגאָסן טרערן.

מאַכט זיך אָבער אַז אפילו מיטן יענעם כוח קען מען אַלץ נישט שרײַבן וואָס מען וויל ווײַל דער כּוח של אותו זקן, פאַרשטייט איר מיר, איז נישט קיין כּוח גברא. און פון כּוח גברא האָבן מיר געמיזט מקריב זײַן אַביסל וכמאמר הכּתוב עת לעשות לה´. נישט חלילה די מצווה אַליין, אפילו תלמידי חכמים זענען עס מקיים משבת לשבת און ווי מען האָט מיר געזאָגט אויפן יום החופה ווען איך בין פאַרגליווערט געוואָרן צו הערן אַז חתונה האָבן איז עטוואָס מער ווי אָנטון אַ שטרײַמל און מען דאַרף גאָר אויסטון אפילו די רבינו תםס, האָט מען מיר דעמאָלסט פאַרזיכערט אַז סײַ דער רבי זכותו יגן עלינו און סײַ דער רבי זאָל דערלעבן משיחן האָבן מקיים געווען אָט דער מצווה בדחילו ורחימו און איך דאַרף נישט זײַן הייליקער פון זיי. ממילא וועל איך הײַנט נישט גיין זיך אָפשיידן פון מײַנע פאַרהײַראַטונגס פליכטן פון שארה כסותה ועונתה.

דער פסוק זאָגט אָבער װײַטער ויצאה חנם אין כסף און דאָרט ליגט דער הינט באַגראָבן. וואָס איך מיין איז אַז זײַט איך האָב מיך גענומן צו שרײַבן פאַר באַלוינונג קען איך מער נישט שרײַבן ברחל בתך האַנאַקעטע. זיי זענען ערלעכע ייִדן און נישט אַנאַרכיסטן ווי איך און בײַ זיי איז ניבול פה, ניבול פה און פאַרפאַלן. וואָס טוט מען אָבער אַז מײַן יצר־הרע ווילן זיי בײַ מיר נישט אָפּקויפן? און אפילו ווען יאָ איז דער בעל־דבר אַ שונא בצע און ער ווערט נישט נתפעל פון אַפּאָר דאָלער? און מה נעשה אַז מיר טרײַבט באַפעפערן מײַנע פרפראות מיט א רמזל דאָ און אַ דרושל דאָרט און ווי דער גמרא זאָגט בראתי יצר הרע בראתי לו תורה תבלין?

אַרטיסטישע פרײַהײַט, שרײַען די קנאים. שרײַט ווײַטער. וווּ זענט איר געווען ווען מײַן פושקע האָט זיך בײַ אײַך געבעטן לאַנגע פיר יאָר, ´האָט רחמנות, אַ טאַטע פון קינדער, אַ טאַטענס אַ קינד´ און דער פושקע האָט קוים בדוחק אויסגעהאַלטן איין שבת? זאָלט איר וויסן טאָמער ווייסט איר נאָך נישט אַז פון אַרטיסטישע פרײַהײַט עסט מען פת במלח און ווי דער פסוק זאָגט כי לא על הלחם לבדו יחיה האדם, פון אַ גלעזל טיי ווערט מען נישט זאַט. ממילא אַז מען וויל אַביסל פוטער אויך מיז מען מאַכן פשרות און איין פשרה איז זיך מוחל זײַן און זיך פאַרמײַדן פון דברים שבינו לבינה. רבותי, אויף גאנץ כלל ישראל געווינטשן אַזעלכע צרות, וכמאמר החכם אַבי נישט ערגערס.

אײַ עת לעשות, אַמאָל דאַרף מען דאָך עפעס טון? איז אויף אַ שעת הדחק איז דאָ אַן עצה. בראתי לו תורה תבלין, אל תיקרי תורה אלא בלאָגער. מען קען אַלץ אַהער קומן און פורע חוב זײַן כמי שכפאו שד. אײַ ס´שטייט דאָך תורה און נישט בלאָג? נו, ס´שטייט אויך הליכות און נישט הלכות און דער תנא דבי אליהו ווערט גאָרנישט דערפון נתפעל. ממילא האָב איך מיר דעם בלאָג פאַר די וואָס האָבן אויך ליב זיך צו פאַרפליישיקן אַביסל און פון צײַט צו צײַט וועט מען דאָ מקיים זײַן דער מצווה. נישט במעשה פאַרשטייט זיך, פאַסקוטניאַקעס זענען מיר דאָך נישט, נאָר בדיבור און אָפּשרײַבן בכתב אַביסל להורות את העם את הדרך אשר ילכו בה ואת המעשה אשר יעשון און ווי חז"ל זאָגן מחשבה טובה הקב"ה מצרפה למעשה.

5 תגובות:

אנונימי אמר/ה...

די מצב איז שוין לייכטער.
און פאר אביסל פוטער גיט מען שוין אויף אידעאלאגיע? איר ווייסט דען נישט אז 'ביקסן בעפאר פוטער'?
http://www.atimes.com/atimes/Middle_East/HB08Ak01.html
שיני קרקשתא אדער כרכשתא, אדער אפשר ביידע

קטלא קניא אמר/ה...

צדקה ממני, איר זענט גערעכט. כרכשתא קען מען טאַקע שרײַבן מיט אַ ק´ און מיט אַ כ´ אָבער זיי האָבן אַנדרע באַדײַטן. ווי דער חמר, ווענט זיך וווּ זײ שטיין אײַן. מײַן באַדײַט איז אָבער מיט אַ כ´ וטעות לעולם חוזר.

אויפן אַנדרע שאלה, איז דאָ אַ מימרא על שתי לחם יבצעו תמימים.

אנונימי אמר/ה...

הייליגער רעבי! ביי אונז ביסטו שטענדיק געוועזן הייליג!! ביטע שטעל ארויף א לינק צום אידישן וויקיפעדיע לתועלת הציבור אין די זייט פון דיין בלאג

yi.wikipedia.org

אנונימי אמר/ה...

א גרויסער יישר-כוח אייך, ר' קטלא, פֿאר אייערע אויסערגעוויינטלעכע געפֿעפֿערטע חידושים. דאֶס האָט מיר זייער אינספּירירט צו אויסדריקן מיינע אייגענע חידושים אין די סוגיא.

אויף רב אחא ווערט דערציילט אין גמרא, אז ער פלעגט מקיים זיין דעם "כיצד מרקדין לפני הכלה" נעמענדיג די כלה אויף די פלייצעס און טאנצן מיט איר און געשפירט אזוי ווי א קורה. וואוּנדערט זיך דער בעל "כוח גברא", וואוּ האט ער געשפירט די קורה, אויף די פלייצעס אדער ערגעץ נידעריגער?

אויף רב אלעזר בן דורדיא ווערט דערציילט אין גמרא, אז האט באזוּכט א טייערע פראָסטיטוּטקע און דארט איז געשען א דורכפאל אז בשעת מעשה איז איר אנטלאָפן א נפיחה, אזוי ווי ס'שטייט אין הלכות תפילה: "יצא רוח מלמטה" אל תקרי רוח אלא ריח. און דאן האט די פראָסטיטוּקע גזאגט אז אזוי ווי די נפיחה קען זיך נישט אומקערן למקומה, אזוי וועט רב אלעזר נישט קענען תשובה טאן. וואונדערט זיך דער "פי טבעת" און פרעגט: וואס איז דער פראָבּלעם, אויב ס'איז מעגלעך אזא זאך ווי "נפל מראש הגג ונתקע באשה", איז אויך מעגלעך אומצוקערן א נפיחה למקומה.

אנונימי אמר/ה...

שעמט אייך איר ביליגע לייט, גטא וועט אייך אויף אייערע שמוציגע רייד באצאלן, און וועט אייך נישט ריינוואשן פון גיהנם סיידן איר וועט תשובה טאן. ווי קומו דאס אזוינס צו יידישע קינדער? אומגלויבליך, אומגלויבליך! עס וויינט דאס הארץ און עס גיסן זיך טרערן, אוי וויי...